װיקיפּעדיע:קראנטשאפט

דער בלאט טוט באהאנדלען צוויי הויפט און עיקר'דיגע וויקיפעדיע פאליסיס: וויקיפעדיע:פעסטשטעלן און װיקיפּעדיע:קיין אריגינעלע פארשונג

וויקיפעדיע איז אן ענציקלאפעדיע וואס איר אינהאלט מוז קענען ווערן פעסטגעשטעלט. דא דערלאזט מען נישט קיין ערשט האנטיגע אינפארמאציע וואס איר האט אליין מיטגעלעבט פון עקספיריענס, אפילו גוטע עצות און ארגומענטן אויב האט דאס נישט קיין ריכטיגע פראפעסיאנאלע מקור דארף דאס ווערן אויסגעמעקט.

די הויפט טענה פון דער אלגעמיינער וועלט איבערהויפט די שריפט שטעלער איז אז מיר זענען אפאר נארישע מענטשן אן קיין דזשאב וואס ווילן האבן א מיינונג און קיינער הערט זיי נישט אויס קומען זיי ארויף אויסנוצען וויקיפעדיע זיך צו אויסגעבן. דאס איז אבסאלוט פאלטש. מיר מעקן תיכף אזעלכע סארט געשרייבאכצער אפילו עס איז הונדערט פראצענט אמת טאמער קען דאס איינער טשעלענדזשן דארף דאס קודם ווערן אראפגעשריבן ערגענץ אנדערשט און ערשט דערנאך קען דאס דא ווערן דאקומענטירט דא אין דעם אוצר און איינזאמעלונג פון דאקומעטירטע דעת.