קלאסישע מעכאניק

קלאסישע מעכאניק איז דער אפטייל פון מעכאניק (אין פיזיק) וואס באהאנדלט קערפערס וואס זענען נישט צו קליין און גייען נישט צו גיך. די שטודיע איז א גאר אלטע, און איז פון די גרעסטע סוביעקטן אין וויסנשאפט, אינזשעניריע און טעכנאלאגיע.

קלאסישע מעכאניק ווערט געניצט צו שילדערן די באוועגונג פון זאכן אויף דער ערד, ווי אויך פלאנעטן, שטערן און גאלאקסיעס.

דער יסוד פון קלאסישער מעכאניק איז די דריי געזעצן פון ניוטאן:

1 יעדער קערפער וועט אנגיין מיט זיין איצטיגן באוועגונגס צושטאנד (ד.ה. גיכקייט און ריכטונג) ווי לאנג עס ארבעטן נישט אויף אים קיין קראפטן. אין אנדערע ווערטער , אויב דער קערפער איז אין א צושטאנד פון רו וועט ער ווייטער רוען ווי לאנג עס וועלן אויף אים נישט ארבעטן קיין קראפטן. אויב איז ער אין או צושטאנד פון זיך באוועגן מיט א געוויסער שנעלקייט , וועט ער אנגיין מיט דער באוועגונג און זיך באוועגן מיט דער זעלבער שנעלקייט און אין דער זעלבער ריכטונג ווי לאנג עס וועט נישט ארבעטן אויף אים א קראפט דאס צו ענדערן.

2 דער קראפט וואס ארבעט אויף א קערפער איז פראפארציאנעל צו זיין פארגיכערונג און זיין מאסע. אין אנדערע ווערטער, א קראפט ברענגט צו אן ענדערונג אין דער שנעלקייט (ווי צום ביישפיל פון 1 קילאמעטער א שעה צו צוויי קילאמעטער א שעה) אדער דער ריכטונג (אדער ביידע), וואס איז פראפארציאנעל צו דער גרייס פון דער קראפט, ד.ה. דער שינוי איז גרעסער וואס גרעסער דער קראפט. מיט א געגעבענער קראפט וועט די ענדערונג זיין קלענער וואס גרעסער די מאסע.

3 אויב א קערפער שאפט א קראפט אויף אן אנדער קערפער וועט יענער קערפער צוריק שאפן א קראפט אויף אים וואס האט די זעלבע שטארקייט און איז אין דער פארקערטער ריכטונג.

  • זעט אויך

זעט אויך

Other Languages
Alemannisch: Klassische Mechanik
aragonés: Mecanica clasica
azərbaycanca: Klassik mexanika
беларуская (тарашкевіца)‎: Клясычная мэханіка
Esperanto: Klasika mekaniko
Kreyòl ayisyen: Dezyèm lwa Newton
interlingua: Mechanica classic
Bahasa Indonesia: Mekanika klasik
日本語: 古典力学
한국어: 고전역학
Basa Banyumasan: Mekanika klasik
македонски: Класична механика
Bahasa Melayu: Mekanik klasik
norsk nynorsk: Klassisk mekanikk
русиньскый: Класічна механіка
srpskohrvatski / српскохрватски: Klasična mehanika
Simple English: Classical mechanics
slovenčina: Klasická mechanika
slovenščina: Klasična mehanika
српски / srpski: Класична механика
Türkçe: Klasik mekanik
татарча/tatarça: Классик механика
українська: Класична механіка
oʻzbekcha/ўзбекча: Klassik mexanika
Tiếng Việt: Cơ học cổ điển
吴语: 经典力学
中文: 经典力学
文言: 經典力學
粵語: 古典力學