קאנאדע

קאַנאַדע
פאן
קאנטינענטצפון אמעריקע
אפיציעלע שפראךענגליש, פראנצויזיש
הויפטשטאטאטאווא 45°24′N 75°40′W / 45°24′N 75°40′W / 45.400; -75.667


גרעסטע שטאטטאראנטא
רעגירונגפעדעראלע פארלאמענטארע קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע
גובערנאטאר גענעראל
פרעמיער מיניסטער
דייוויד דשזאנסטאן
זשוסטין טרודא
פון פאראייניגטן קעניגרייך
- עטאבלירט


1טן יולי 1867
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
9,984,670 קוואדראט ק"מ

8.92
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט

35,851,774 (געשאצט 2015)
37סט
3.41 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדע$1,628 טריליאן (15ט)
וואלוטעקאנאדישער דאלאר
צייט זאנע-3.5 ביז -8
אינטערנעט דאמעןca.
טעלעפאן קאד1+

קאַנאַדע (ענגליש: Canada קעֶנעֶדעֶ; אויף קאנאדישער פראנצויזיש קאַנאַדאַ) איז א פעדערירט לאנד וואס אקופירט דעם רוב פון נארד צפון אמעריקע, פון דעם אטלאנטישן אקעאן אין מזרח ביז צום פאציפֿישן אקעאן אין מערב און אויך צו צפון ביזן ארקטישן אקעאן. דאס צווייטע גרעסטע לאנד לויט פלאך מאס, זי האט א גרעניץ מיט די פאראייניקטע שטאטן סיי צו דרום סיי צו צפון-מערב.[1] זי איז צוזאמענגעשטעלט פון 10 פראווינצן און דריי גרויסע טעריטאריעס. קאנאדע איז א ריזיג לאנד מיט א ברייטן אויסוואל פון געאלאגישע פֿארמירונג, קלימאטן, און עקאלאגישע סיסטעמען. זי פֿארמאגט רעגנדיגע וועלדער, שיינע גראזלאנד, דעסיידיאוס וועלדער, טונדרע לאנד (שטחים אן ביימער אדער אנדערע געוויקסן), און נאס לאנד. קאנאדע האט מער אזערעס און אינלאנד וואסערן ווי סיי וועלכע אנדער לאנד. זי איז בארימט מיט איר דעקאראציע וועלכע אטראקט מיליאנען טוריסטן יערליך. אירע אוצרות פער מענטש איז די צווייטע רייכסטע אין דער וועלט נאך אויסטראליע.

קאנאדע איז דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט אין שטח אבער האט א קליינע באפעלקערונג בערך אזויפיל איינוואוינערס עס איז דא אין דעם שטאַט קאליפארניע, וועלכע איז נאר א 25טל די גרויסקייט פון קאנאדע. די סיבה דערפון איז, ווייל א גרויס חלק פון קאנאדע ליגט זייער צפון וואו עס איז געפרוירן קאלט און עס איז כמעט אוממעגליך צו וואוינען דארט. רוב קאנאדער וואוינען אינגאנצן אויף דרום און א דריטל פון די גאנצע באפעלקערונג וואוינען אין די מעטראפאליטאנע שטעט, פֿון וועלכע די גרעסטע זענען: טאראנטא, אנטעריא; מאנטרעאל, קוויבעק; ווענקואווער, בריטיש קאלאמביע און עדמאנטאן, אלבערטא. די אפיציעלע שפראכן זענען ענגליש און פראנצויזיש וועלכע איז די ארגינעלע אפשטאם פון רוב קאנאדער. קאנאדע איז טאקע אמאל באשטאנען נאר פון ענגלישע און פֿראנצויזן, אבער מיט די יארן האבן געלאנדעט צענדליגער טויזענטער אימיגראנטן פון גאנץ אייראפע. די אימיגראציע קיין קאנאדע גייט נאך היינט אן אין גרויסן, זייענדיג דאס איינציגסטע לאנד אין צפון אמעריקע וואס האלט נאך אן אפיציעלע אימיגראציע פראגראמען. אין די לעצטע 30 יאר, און נאך היינט, זענען רוב אימיגראנטן קיין קאנאדע פון אזיאנער לענדער.

קאנאדע איז באוואוסט מיט אירע רייכע אוצרות פון געהילץ, מינעראלן, און עכט פֿריש וואסער אויף וועלכע אסאך אינדוסטריעס זענען אוועקגעשטעלט. רוב פון קאנאדעס טייכן זענען מיט די יארן צוגעשטעלט געווארן פאר היידרא-עלעקטריק באנוץ פון וועלכע קאנאדע שטעלט צו אלע ערליי ענערגיע. קאנאדע האט אויך א גרויסע פֿאבריצירונג אינדוסטריע וועלכע עקספארטירט א דריטל פון איר ארויסגעבונג. די הויפט מענופעקטשערינג אינדוסטריע איז טראנספארטאציע. כאטש קאנאדע'ס עקענאמיע איז שטארק אנגעוויזן אויף איר מענופעקטשערינג איז אבער די סערוויס סעקטאר פיל גרעסער און רוב קאנאדער ארבעטן אין דעם סעקטאר וועלכע רעכנט אריין: טראנספארטאציע, האנדל, פינאנץ, פערזענלעכע באדינסטן, און רעגירונג.

קאנאדע איז א פארלאמענטארישע דעמאקראטיע אין וועלכע די פעדעראלע, פראווינציאלע, און טעריטאריאלע רעגירונגען זענען 100 פראצענט ערוועלט. וויאזוי אימער, איז אבער קאנאדע'ס ריכטיגע סאווערען (הערשער) א מאנארך, וועלכע איז די קעניגן פון דעם פאראייניטן קעניגרייך. די קעניגן איז רעפרעזענטירט אין קאנאדע דורך א גאווערנער-גענעראל און 10 לוטענענט גאווערנערס. קאנאדע'ס קאנסטיטוציע גאראנטירט יושר צו אלע בירגערס און די פעדעראלע און פראווינציאלע מאכט ווערט אויסגעלייגט אונטער דער קאנסטיטוציע. אבער מיט די יארן האט די רעגירונג איינגעשטעלט פילע פראגראמען וועלכע געבן א ברייטע אויסוואל פון סאציאלע סערוויסעס פאר די פובליק.

ארגינעל זענען די ערשטע קאנאדער געווען אן אינדיאנער פֿאלק. זיי זענען געווען די ערשטע מענטשליכע באשעפענישן וועלכע האבן באטראטן די קאנאדער ערד. דער נאמען קאנאדע האבן זיי באלד אין אנהויב באשטימט. דער באדייט איז אין זייער שפראך: דארף אדער קאמיוניטי. עס האט געדויערט 250 יאר ביז די ערשטע אייראפעאישע גרופע האט זיך באזעצט אין קאנאדע. די אייראפעאישע זענען געקומען אין גרופעס אין א משך פון 50 יאר און זענען געווען צוטיילט אין צוויי טיילן. צו ערשט זענען געקומען פֿראנצויזישע און שפעטער ענגלישע. די צוויי פֿעלקער האבן זיך באזעצט אויף צוויי אנדערע עקן, די פֿראנצויזן אויף מזרח און די ענגלישע אויף מערב. אין 760' האט בריטן באזיגט די פראנצויזן אין קאנאדע און געווארן דאס בלויזע קעניגרייך וועלכע גייט נאך אן ביז'ן היינטיגן טאג כאטש קאנאדע פארמאגט אן אייגענע פארלאמענטארישע רעגירונג. די פראנצויזן האבן אבער נישט פֿארלאזט קאנאדע און האבן שטענדיג פרובירט זיך צוזאמענצוהאלטן מיט זייער שפראך און קולטור. דאס איז א באזונדערע קאפיטל אין קאנאדע'ס היסטאריע וועלכע האט אין די לעצטע יארן געברענגט צו א שטארקע באוועג צווישן די פראנצויזן זיך אפצוטיילן און גרינדן א זעלבטשטענדיג לאנד.

די מאדערנע קאנאדע איז אויסגעפֿארמט געווארן אין 1867 אין א היסטארישער פאסירונג וועלכע די קאנאדער רופן די קאנפֿעדעראציע. דריי בריטישע קאלאניעס האבן זיך דעמאלט פאראייניגט אין געגרינדעט א טיילווייז זעלבטשטענדיג לאנד פון פיר פראווינצן. זינט דעמאלט זענען נאך זעקס פראווינצן און דריי טעריטאריעס צוגעלייגט געווארן צו קאנאדע'ס זעלבסשטענדיגן לאנד. קאנאדע האט ערשט באקומען פולע זעלבשטענדיקייט פונעם פֿאראייניגטן קעניגרייך אין 1931 אבער באלאנגט ווייטער צו דער קאמאנוועלט אף נאציאנען, אן אסאסיאציע פון לענדער מיט נאנטע פארבינדונגען צום פֿאראייניגטן קעניגרייך.

Other Languages
English: Canada
עברית: קנדה
Deutsch: Kanada
Аҧсшәа: Канада
Acèh: Kanada
адыгабзэ: Канадэ
Afrikaans: Kanada
Alemannisch: Kanada
አማርኛ: ካናዳ
aragonés: Canadá
Ænglisc: Canada
العربية: كندا
ܐܪܡܝܐ: ܩܢܕܐ
مصرى: كندا
অসমীয়া: কানাডা
asturianu: Canadá
авар: Канада
Aymar aru: Kanada
azərbaycanca: Kanada
تۆرکجه: کانادا
башҡортса: Канада
Boarisch: Kanada
žemaitėška: Kanada
Bikol Central: Kanada
беларуская: Канада
беларуская (тарашкевіца)‎: Канада
български: Канада
भोजपुरी: कनाडा
Bislama: Kanada
bamanankan: Kanada
বাংলা: কানাডা
བོད་ཡིག: ཁ་ན་ཌ།
বিষ্ণুপ্রিয়া মণিপুরী: কানাডা
brezhoneg: Kanada
bosanski: Kanada
буряад: Канада
català: Canadà
Chavacano de Zamboanga: Canada
Mìng-dĕ̤ng-ngṳ̄: Gă-nā-dâi
нохчийн: Канада
Cebuano: Canada
Chamoru: Canada
ᏣᎳᎩ: ᎨᎾᏓ
Tsetsêhestâhese: Canada
کوردی: کەنەدا
corsu: Canadà
Nēhiyawēwin / ᓀᐦᐃᔭᐍᐏᐣ: ᑳᓇᑖ
qırımtatarca: Kanada
čeština: Kanada
kaszëbsczi: Kanada
словѣньскъ / ⰔⰎⰑⰂⰡⰐⰠⰔⰍⰟ: Канада
Чӑвашла: Канада
Cymraeg: Canada
dansk: Canada
Zazaki: Kanada
dolnoserbski: Kanada
डोटेली: क्यानाडा
ދިވެހިބަސް: ކެނެޑާ
ཇོང་ཁ: ཀེ་ན་ཌ་
eʋegbe: Canada
Ελληνικά: Καναδάς
emiliàn e rumagnòl: Cànada
Esperanto: Kanado
español: Canadá
eesti: Kanada
euskara: Kanada
estremeñu: Canadá
فارسی: کانادا
suomi: Kanada
Võro: Kanada
føroyskt: Kanada
français: Canada
arpetan: Canadâ
Nordfriisk: Kanada
furlan: Canadà
Frysk: Kanada
Gaeilge: Ceanada
Gagauz: Kanada
贛語: 加拿大
Gàidhlig: Canada
galego: Canadá
Avañe'ẽ: Kanatã
गोंयची कोंकणी / Gõychi Konknni: कॅनडा
𐌲𐌿𐍄𐌹𐍃𐌺: 𐌺𐌰𐌽𐌰𐌳𐌰
ગુજરાતી: કેનેડા
Hausa: Kanada
客家語/Hak-kâ-ngî: Kâ-nâ-thai
Hawaiʻi: Kanakā
हिन्दी: कनाडा
Fiji Hindi: Canada
hrvatski: Kanada
hornjoserbsce: Kanada
Kreyòl ayisyen: Kanada
magyar: Kanada
հայերեն: Կանադա
interlingua: Canada
Bahasa Indonesia: Kanada
Interlingue: Canada
Igbo: Kánada
Iñupiak: Kanada
Ilokano: Kanada
ГӀалгӀай: Канада
Ido: Kanada
íslenska: Kanada
italiano: Canada
ᐃᓄᒃᑎᑐᑦ/inuktitut: ᑲᓇᑕ
日本語: カナダ
Patois: Kianada
la .lojban.: kadnygu'e
Basa Jawa: Kanadha
ქართული: კანადა
Qaraqalpaqsha: Kanada
Taqbaylit: Kanada
Адыгэбзэ: Канадэ
Kabɩyɛ: Kanadaa
Gĩkũyũ: Canada
қазақша: Канада
kalaallisut: Canada
ភាសាខ្មែរ: កាណាដា
ಕನ್ನಡ: ಕೆನಡಾ
한국어: 캐나다
къарачай-малкъар: Канада
kurdî: Kanada
коми: Канада
kernowek: Kanada
Кыргызча: Канада
Latina: Canada
Ladino: Kanada
Lëtzebuergesch: Kanada
лезги: Канада
Lingua Franca Nova: Canada
Limburgs: Canada
Ligure: Canada
lumbaart: Canada
lingála: Kanadá
لۊری شومالی: کانادا
lietuvių: Kanada
latgaļu: Kanada
latviešu: Kanāda
मैथिली: क्यानाडा
мокшень: Канада
Malagasy: Kanada
олык марий: Канада
Māori: Kānata
Baso Minangkabau: Kanada
македонски: Канада
മലയാളം: കാനഡ
монгол: Канад
मराठी: कॅनडा
кырык мары: Канада
Bahasa Melayu: Kanada
Malti: Kanada
Mirandés: Canadá
မြန်မာဘာသာ: ကနေဒါနိုင်ငံ
مازِرونی: کانادا
Dorerin Naoero: Kanada
Nāhuatl: Canada
Napulitano: Canadà
Plattdüütsch: Kanada
Nedersaksies: Kannede
नेपाली: क्यानडा
नेपाल भाषा: क्यानाडा
Nederlands: Canada
norsk nynorsk: Canada
norsk: Canada
Novial: Kanada
Nouormand: Cannada
Sesotho sa Leboa: Canada
Diné bizaad: Deeteel Bikéyah
occitan: Canadà
Livvinkarjala: Kanuadu
Oromoo: Kanaadaa
ଓଡ଼ିଆ: କାନାଡ଼ା
Ирон: Канадæ
ਪੰਜਾਬੀ: ਕੈਨੇਡਾ
Pangasinan: Canada
Kapampangan: Canada
Papiamentu: Canada
Picard: Canada
Deitsch: Kanadaa
पालि: केनडा
Norfuk / Pitkern: Kaneda
polski: Kanada
Piemontèis: Canadà
پنجابی: کینیڈا
پښتو: کاناډا
português: Canadá
Runa Simi: Kanatá
rumantsch: Canada
Romani: Kanada
Kirundi: Kanada
română: Canada
armãneashti: Canada
tarandíne: Canada
русский: Канада
русиньскый: Канада
Kinyarwanda: Kanada
संस्कृतम्: केनडा
саха тыла: Канаада
ᱥᱟᱱᱛᱟᱲᱤ: ᱠᱟᱱᱟᱰᱟ
sardu: Canada
sicilianu: Canadà
Scots: Canadae
سنڌي: ڪئناڊا
davvisámegiella: Kanáda
Sängö: Kanadäa
srpskohrvatski / српскохрватски: Kanada
සිංහල: කැනඩාව
Simple English: Canada
slovenčina: Kanada
slovenščina: Kanada
Gagana Samoa: Kanata
chiShona: Canada
Soomaaliga: Kanada
shqip: Kanadaja
српски / srpski: Канада
Sranantongo: Kanadakondre
SiSwati: IKhanada
Seeltersk: Kanada
Basa Sunda: Kanada
svenska: Kanada
Kiswahili: Kanada
ślůnski: Kanada
தமிழ்: கனடா
తెలుగు: కెనడా
tetun: Kanadá
тоҷикӣ: Канада
ትግርኛ: ካናዳ
Türkmençe: Kanada
Tagalog: Canada
Tok Pisin: Kanada
Türkçe: Kanada
Xitsonga: Khanada
татарча/tatarça: Канада
Twi: Kanada
reo tahiti: Tanata
ئۇيغۇرچە / Uyghurche: كانادا
українська: Канада
اردو: کینیڈا
oʻzbekcha/ўзбекча: Kanada
vèneto: Canada
vepsän kel’: Kanad
Tiếng Việt: Canada
West-Vlams: Canada
Volapük: Kanadän
Winaray: Kanada
Wolof: Kanadaa
吴语: 加拿大
хальмг: Канадин Орн
მარგალური: კანადა
Yorùbá: Kánádà
Vahcuengh: Gyanazdaih
Zeêuws: Canada
中文: 加拿大
文言: 加拿大
Bân-lâm-gú: Canada
粵語: 加拿大
isiZulu: IKhanada