צפת

צפת
הערב
Safed1908.jpg

לאַנדישראל
געגנטצפון ישראל
בירגערמײַסטעראילן שוחט
שטח40 קוואדראט ק"מ
באַפֿעלקערונג26,600 - (אין 2003)

צפת איז א שטאט אין צפון ישראל. סוף 2003 האט צפת געהאט א באפעלקערונג פון 26,600.[1] עיה"ק צפת איז איינע פון די פיר הייליגע שטעט ביי יידן; די אנדערע זענען ירושלים, חברון און טבריה (פון קבלה ווערט געברענגט אז די דאזיגע פיר הייליגע שטעט זענען אנטקעגן די פיר יסודות אויף וואס די וועלט באשטייט, "אש-פייער" אקעגן ירושלים אוואו מפלעגט מקריב זיין די קרבנות אויפן "פייער", "עפר-ערד" אנטקעגן חברון אוואו עס ליגן די ישיני עפר די אבות הקדושים, "מים-וואסער" אקעגן טבריה וואס שטייט ביים ברעג פונעם צפת, צוליב וואס כמעט שטענדיג וועט דארט בלאזן א ווינטל, אפי' אין א גאר הייסע טאג, אזוי אויך טוט "רוח" באדייטן אויף די "גייסטליכקייט" און "העכערקייט" וואס הערשט אין דעם שטאט.

דער נאמען "צפת" טראגט עטליכע באדייטן: "צופה-קוקן" צוליב וואס צפת פארמאגט א הערליכע אויסקוק אויף די גאנצע גליל בערג, ווי אויך "צפי'" א לשון פון "האפן" צוליב די געגועין וואס אירע אמאליגע הייליגע איינוואוינער האבן פארמאגט צו ביאת המשיח.

צפת געפינט זיך אין דעם שטח פון שבט נפתלי. צפת ווערט פארעכנט אלס דער הויפטשטאט פונעם העכערן גליל ראיאן.

צפת איז באקאנט אלס דער הויפט וואוינארט פון די אידישע מקובלים, צוליב וואס אין איר האבן געוואוינט א ריזיגע צאל אידישע מקובלים ווי דער רמ"ק, דער אריה"ק, און נאך פילע.

אין תקל"ח איז אנגעקומען אין צפת די ערשטע גרופע פון 300 חסידים, וואס ווערט גערעכנט דער אנהייב פונעם "אלטן אשכנזישן יישוב" אין צפת. אין תקנ"ט, גלייך נאך ווען נאפאלעאן האט זיך צוריקגעצויגן פון ארץ ישראל, האבן די אראבער אומגעווארפן דאס יידישע פערטל אן אסאך פון די ארטיקע יידן האט מען געהרגעט. אין תק"ע זענען געקומען קיין צפת מתנגדים, תלמידים פונעם ווילנער גאון, אונטער דער פירערשאפט פון רבי ישראל שקלאווער. דאס האט פארשטארקט דעם יישוב אין צפת. איינער פון די אימיגראנטן, ר' ישראל ב"ק (וואס האט געצויגן 200 יידן פון בארדיטשוב) האט געגרינדעט דארט די ערשטע יידישע דרוקעריי אין ארץ ישראל.

אין יאר ה'תקצ"ז האט צפת איבערגעפילט א שרעקליכן ערדציטערניש וואס האט געהרגעט 2,000 מענטשן, און חרוב געמאכט די גאנצע שטאט, און אנגעברענגט אונגעהויערע שאדענעס, וואס קען זיך אנזען אין מערערע ערטער אין צפון.

אין יאר ה'תרפ"ט איז פארגעקומען א פאגראם ווי די אראבער האבן אומגעבראכט 19 אידן ל"ע.

היינט צוטאגס פארמאגט צפת א באפעלקערונג פון 33,000.

נאך א געסל אין די "ארטיסט פערטל" פון אלטשטאט
איינע פון די געסאלאך אין אלטשטאט צפת וואו די ארטיסטן פארקויפן זייערע מעלערייען און האנט געמאכטע שניצונגען

דער אור אלטער בית העלמין אין צפת

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אלטע בית עולם פון צפת
א קליין טייל פונעם בית העלמין אין צפת

צפת פארמאגט א ריזיגע בית החיים וואס געפונט זיך צופיסנס פון דער אלטשטאט, וואו עס ליגן באגראבן דער תנא רבי פנחס בן יאיר, הושע בן בארי, דער בית יוסף, דער אריז"ל, דער רמ"ק, רבי שלמה אלקבץ, רבי לייב בעל יסורים, דער הייליגער אלשי"ך, דער בת עין און נאך פילע.

Other Languages
English: Safed
עברית: צפת
Deutsch: Safed
Afrikaans: Safed
Alemannisch: Safed
aragonés: Safet
العربية: صفد
azərbaycanca: Safed
български: Сафед
català: Safed
čeština: Safed
Ελληνικά: Σαφέντ
Esperanto: Safed
español: Safed
eesti: Tsfat
euskara: Safed
فارسی: صفد
suomi: Safed
français: Safed
Frysk: Safed
Bahasa Indonesia: Safed
italiano: Safad
日本語: ツファット
ქართული: ცფათი
kalaallisut: Safed
한국어: 제파트
Ladino: Safed
Bahasa Melayu: Safed
Nederlands: Safed
norsk nynorsk: Safed
norsk: Safed
polski: Safed
português: Safed
română: Safed
русский: Цфат
Scots: Safed
Simple English: Safed
slovenčina: Cfat
slovenščina: Safed
српски / srpski: Сафед
svenska: Safed
தமிழ்: சேப்பாத்
Tagalog: Safed
Türkçe: Safed
українська: Цфат
اردو: صفد
Tiếng Việt: Safed
Winaray: Safed
中文: 采法特