פסח

דער סדר טיש

פסח איז א יידישער יום טוב וואס שטאמט פון דער תורה, דער יום טוב ווערט געפייערט י"ד ניסן במשך זיבן אדער אכט טעג צו דערמאנען און זיך אויפרישען די נסים און נפלאות וואס די יידישע פאלק האט איבערגעלעבט ביי יציאת מצרים.

פסח ווערט באצייכנט מיט דריי עיקר מצוות:

  • דער קרבן פסח
  • דער איסור פון חמץ
  • דערציילן דעם סיפור יציאת מצרים

מען רופט דעם יום-טוב "פסח" אין אנדעק פון דעם קרבן פסח וואס מען האט מקריב געווען י"ד ניסן ווען כלל ישראל האט עולה רגל געווען אין די מאסן אויף מארגן קיין ירושלים צו בראטן דעם קרבן פסח ווען דער בית המקדש איז נאך געשטאנען.

פסח שטאמט פון די לשון "איבערגעהיפט" דאנקענדיג די באשפער אז ער האט נאר געהארגעט די בכורים פון די מצרים און נישט די יידישע בכורים.

דער נאמען פון דעם יו"ט, פסח טוט סימבאליזירן די וויכטיגקייט און גרויסקייט פון די צייט, וואס ווערט פארנוצט פון עלטערן אלס א יו"ט פון חינוך, צו פארציילן און מחנך זיין זייערע קינדער, פארוואס און פארווען פונקטליך האט דער באשעפער איבערגעהיפט אלעס און אלעמען כדי זיך צו באשעפטיגען מיט זיינע געליבטע קינדער דעם עם ישראל.

אפילו די קלוגסטע לייט פון דאס יידישע פאלק קאכן זיך אין די מאמענטן צו דערפרישן די יסודות פון זייער אמונה און רעליגיע וואס איז באזירט אויף זכר ליציאת מצרים, וואס יענעם גורלדיגען מינוט זענען זיי געווארן אויסדערוועלט. דער באשעפער האט זיי ארויסגענומען פון פארשקלאפטקייט פון צווישן אנדערע גוים, און געשטעלט אין גאנג צו ווערן געפירט צו זייער אייגן לאנד און נאציאן מיט א מיסיע און לעבן העכער און הייליגער פון אלע פעלקער פון די וועלט.

גרונדענע מצוות און מנהגים

חמץ

מען עסט נישט קיין חמץ, און מען ארבעט שווער אויסצורוימען דאס הויז פון חמץ כדי עס זאל זיך נישט געפינען, אויך איז מען דאס מבטל פון זיך כדי אז אויב מען טרעפט איז דאס נישט פארעכענט ווי מיינס.

מצה

מען עסט נאר מצה, אלץ זכר פון ארויסלויפן פון גלות מצרים געאלטערהייט נישט האבענדיג קיין צייט פארן טייג צו יערן און ווערן זויער חמץ אין געהערגיע ברויט.

ליל הסדר

ס'איז א מצווה עסן מצה, פסח, ביים ליל הסדר. און דערצו טאן פארשידענע מנהגים און מצוות כדי די קליינע קינדער זאלן ווערן נייגעריג און גוט אויסהערן די דערציילונגען פון יציאת מצרים.


הגדה

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט אַרטיקל – הגדה של פסח

זאגן די הגדה, באזירט אויפן פסוק "והגדת לבנך", כדי צו פארציילן די כראניקאלן פון יציאת מצרים, עס פירן זיך אידן צו פארציילן אפילו די מופתים און ניסים וואס זיי האבן מיטגעלעבט היינט צו טאגס, ווי למשל חורבן אייראפע איבערלעבער פארציין מיט טרערן אין די אויגן ווי גליקליך זיי זענען געווען צו ווערן געראטעוועט איינס פון זייער גאנצע משפחה. ווייל די מצרים מיינט נישט דוקא איינמאל אין היסטאריע נאר שבכול דור ודור חזר'ט זיך דאס איבער.

די הגדה הייבט אן מיט קידוש, דער ערשטעט פון די פיר כוסות. נאכדעם פרעגט א קינד (אדער אלע קינדער) די מה נשתנה און דער פאטער (אדער ווער עס פירט דעם סדר) זאגט איבער מגיד. מען טרינקט דעם צווייטן כוס, מעט עסט די כזית מצה, און מרור. דערנאך עסט מען די סעודה און מען בענטשט אויפן דריטן כוס. דערנאך איז מען ממשיך די הגדה מיטן צווייטן טייל פון הלל און נשמת און מען טרינקט דעם פערטן כוס. ס'איז א מנהג צו זינגען פארשיידענע פיוטים און געזאנגען ביים סוף פונעם סדר.

Other Languages
English: Passover
עברית: פסח
Deutsch: Pessach
Alemannisch: Pessach
asturianu: Pésaj
башҡортса: Песах
Boarisch: Pessach
беларуская: Песах
беларуская (тарашкевіца)‎: Пэсах
български: Пасха
bosanski: Pesah
català: Péssah
Cebuano: Pesaḥ
čeština: Pesach
dansk: Pesach
Zazaki: Pesax
Esperanto: Pesaĥo
español: Pésaj
euskara: Pessah
فارسی: پسح
suomi: Pesah
français: Pessa'h
galego: Pessach
hrvatski: Pasha
magyar: Pészah
Bahasa Indonesia: Paskah Yahudi
italiano: Pesach
日本語: 過越
ქართული: ფესახი
ភាសាខ្មែរ: បុណ្យរំលង
한국어: 유월절
Ladino: Pesah
lietuvių: Pascha
latviešu: Pesahs
Malagasy: Paska jiosy
македонски: Пасха
Bahasa Melayu: Paskah Yahudi
Nederlands: Pesach
norsk nynorsk: Pesah
norsk: Pesach
polski: Pesach
پنجابی: پیساخ
português: Pessach
română: Pesah
русский: Песах
Scots: Passower
srpskohrvatski / српскохрватски: Pasha
Simple English: Passover
slovenčina: Pesach
slovenščina: Pasha
српски / srpski: Пасха
svenska: Pesach
தமிழ்: பாஸ்கா
ไทย: ปัสคา
Tagalog: Pesaḥ
українська: Песах
اردو: عید فسح
Tiếng Việt: Lễ Vượt Qua
მარგალური: ფესახი
中文: 逾越節