פאנאמא קאנאל

דער פאנאמא קאנאל (שפאניש: Canal de Panamá, ענגליש: Panama Canal) איז א חשובער נאוויגאציע קאנאל וואס גייט אריבער דעם איסטאמס אין פאנאמא, צענטראלע אמעריקע, און פארבינדט דעם אטלאנטישן אקעאן מיטן פאציפישן אקעאן. דער קאנאל איז לאנג 77 ק"מ. בויען דעם קאנאל איז געווען איינע פון די גרעסטע און שווערסטע ארויסרופן פון אינזשעניריע. א דאנק דעם קאנאל קענען שיפן פארן גלייך צווישן די צוויי אקעאנען אן צו דארפן ארומפארן דרום אמעריקע און דעם מאגעלאן דורכגאס, וואס פארקירצט די נסיעה מיט 13,000 קילאמעטער.

אדורכפארן די לענג פונעם קאנאל דויערט 8 ביז 10 שעה.

דער אריגינעלער געדאנק פון א קאנאל אין פאנאמא האט מען געקלערט שוין דעם 16טן יארהונדערט. אין 1880 האבן די פראנצויזן פרובירט אנהייבן גראבן א קאנאל, אנגעפירט דורך פערדינאנד דע לעסעפס, אבער אסאך מענטשן זענען געשטארבן ביי דער ארבעט, און זיי האבן אויפגעהערט אין 1889. די ארבעט האט אנגעהויבן נאכאמאל ווען פאנאמא איז געווארן זעלבשטענדיק, און צווישן 1904 און 1914 האבן די אמעריקאנער ארמיי אינזשענירן געבויט דעם פאנאמא קאנאל.

דער קאנאל איז אינגיכן געווארן א הויפט אינטערנאציאנאלע נאוויגאציע רוטע, וואס מער ווי 14,000 שיפן פארן אדורך יעדע יאר, טראגנדיק מער ווי צויי הונדערט מיליאן טאן סחורה.

דער קאנאל שאפט 80% פון פאנאמא'ס הכנסות.


אין 1977 האט מען אונטערגעשריבן אן אפמאך צווישן פאנאמא און די פאראייניגטע שטאטן אריבגערצוגעבן דעם קאנאל צו פאנאמא ביזן סוף פונעם יארהונדערט.[1]

  • רעפערענצן

רעפערענצן

  1. CIA – The World Factbook. Cia.gov. דערגרייכט דעם 2010-12-23.
Other Languages
English: Panama Canal
עברית: תעלת פנמה
Deutsch: Panamakanal
Afrikaans: Panamakanaal
Alemannisch: Panamakanal
አማርኛ: ፓናማ ቦይ
aragonés: Canal de Panamá
العربية: قناة بنما
অসমীয়া: পানামা খাল
asturianu: Canal de Panamá
azərbaycanca: Panama kanalı
башҡортса: Панама каналы
Boarisch: Panamakanal
žemaitėška: Panamas kanals
беларуская: Панамскі канал
беларуская (тарашкевіца)‎: Панамскі канал
български: Панамски канал
भोजपुरी: पनामा नहर
brezhoneg: Kanol Panamá
bosanski: Panamski kanal
Mìng-dĕ̤ng-ngṳ̄: Panama Ông-ò̤
Cymraeg: Camlas Panama
ދިވެހިބަސް: ޕެނަމާ ކެނަލް
Esperanto: Panama kanalo
føroyskt: Panamaveitin
français: Canal de Panama
客家語/Hak-kâ-ngî: Panama Yun-hò
हिन्दी: पनामा नहर
Fiji Hindi: Panama Canal
hrvatski: Panamski kanal
interlingua: Canal de Panama
Bahasa Indonesia: Terusan Panama
Ilokano: Kanal Panama
日本語: パナマ運河
Basa Jawa: Terusan Panama
ქართული: პანამის არხი
Kabɩyɛ: Panama Hɛŋa
한국어: 파나마 운하
къарачай-малкъар: Панама илипин
Кыргызча: Панама каналы
Lëtzebuergesch: Panamakanal
Limburgs: Panamaknaal
lumbaart: Canal de Panama
lietuvių: Panamos kanalas
latviešu: Panamas kanāls
олык марий: Панама канал
Baso Minangkabau: Tarusan Panama
македонски: Панамски Канал
മലയാളം: പനാമ കനാൽ
Bahasa Melayu: Terusan Panama
नेपाली: पानामा नहर
नेपाल भाषा: पनामा नहर
Nederlands: Panamakanaal
norsk nynorsk: Panamakanalen
ਪੰਜਾਬੀ: ਪਨਾਮਾ ਨਹਿਰ
Piemontèis: Canal ëd Panamà
پنجابی: نہر پانامہ
português: Canal do Panamá
română: Canalul Panama
tarandíne: Canale de Panama
русиньскый: Панамскый канал
srpskohrvatski / српскохрватски: Panamski kanal
Simple English: Panama Canal
slovenčina: Panamský prieplav
slovenščina: Panamski prekop
Soomaaliga: Kanaalka Banama
српски / srpski: Панамски канал
Seeltersk: Panamakanoal
svenska: Panamakanalen
Türkmençe: Panama kanaly
Türkçe: Panama Kanalı
татарча/tatarça: Panama kanalı
українська: Панамський канал
oʻzbekcha/ўзбекча: Panama kanali
vepsän kel’: Panaman kanal
Tiếng Việt: Kênh đào Panama
Yorùbá: Ìladò Panamá
Zeêuws: Panamakanaol
Bân-lâm-gú: Panama Ūn-hô