עקאנאמיע פון מעקסיקע

מעקסיקע ווערט אנגערופן א האלב-אינדוסטריאליזירט לאנד אזוי ווי ארגענטינע, בראזיל און טשילע. דאס לאנד איז רייך אין אינדוסטריעלע אוצרות, אריינגערעכנט נאפט און עטליכע ערליי מעטאלן. דאס לאנד'ס פאבריקאציע ארויסגעבונג האט זיך שטארק פארמערט אין דער צווייטער העלפט פונעם 20סטן יארהונדערט, און רעכנט אריין אייזן, מאשינעריע, פעטראכעמיקאלן און א רייע פון קאנסומער פראדוקטן. די ארגיקולטור פארנעמט נאך היינט מער ווי האלב פון אלע דזשאבס אין לאנד אבער די פארמער פארדינען זייער שוואך און אסאך קענען קוים איבערלעבן דאס יאר.

נאך דער צווייטער וועלט מלחמה איז מעקסיקע געווען פון די לענדער וועלכע זענען געווען באקאנט מיט זייער שנעל וואקסנדיגע עקאנאמיע. דורכאויס יענע צייט האט זיך מעקסיקא'ס עקאנאמיע געטוישט פון אן ארגיקולטור צו אן עקאנאמיע וועלכע איז געבויט אויף סערוויס און מענופעקטשערינג. וויאזוי אימער, האט זיך די וואוקס שנעל אפגעשטעלט אין 970' ווען איר עקאנאמיע האט זיך אנגעהויבן ראנגלן און דאס לאנד איז אריינגעפאלן אין שווערע חובות. יענע צייטן זענען געווען זייער שווער עקאנאמיש אין די גאנצע וועלט און מעקסיקע האט געהאט שוועריקייטן צו קענען בארגן געלט ביז אין די שפעטע 1970ער יאר ווען זי האט געבארגט ביליאנען דאלארן פאר גאר הויכע אינטערעסט ראטע'ס מיט'ן חשבון אויפצוארבעטן איר אויל אינדוסטריס און אזוי צוריקצאלן דאס געלט און ראטעוון דאס לאנד פון אן עקאנאמישן צוזאמענברוך. מעקסיקע האט טאקע אזוי געטאן אבער האט געהאט א שטארקן דורכפאל אין די 1980ער יארן ווען דער פרייז פון אויל איז שטארק געפאלן וועלכע האט איר צונישט געמאכט אלע פלענער. דאס לאנד איז ווידער אריינגעפאלן אין חובות און האט נישט געקענט באצאלן אירע הלוואה איינצאלונגן (לאון פעימענטס) וועלכע האט איר געפירט צו א רעסעסיע, צווינגנדיג איר איבערצוארבעטן דאס לאנד'ס אויסערן חובות און שניידן רעגירונג'ס בודזשעטן און סאציאלע פראגראמען.

די עקענאמישע רעסעסיע האט געפירט די רעגירונג איבערצוקוקן איר נאציאנאלע עקאנאמישע פאליסי וועלכע האט פארזיכערט דאס לאנד'ס יונגע אינדוסטריס דורך איינשטעלן הויכע טעריפס אויף אימפארטן. די טעריפס האבן געהעכערט די פרייזן פון אימפארטן וועלכע זענען געקומען פון די פאראייניגטע שטאטן און האט געקוראזשט די מעקסיקאנער איינוואוינער צו קויפן די ביליגערע פראדוקטן וועלכע זענען געמאכט אין מעקסיקע. פון די אנדערע זייט האבן אבער אסאך פירמעס פארלוירן אסאך ביזנעס צוליב די אפגעשוואכטע קאנקורענץ אין וועלכע קלענערע פירמעס זענען ארויסגעפאלן. צו לעזן דעם פראבלעם האט די רעגירונג אנגעהויבן ביסלעכווייז פריוואטיזירן אסאך ביזנעסער וועלכע האבן באלאנגט פאר די רעגירונג ווי בענק, יוטיליטיס, עירליינס, און מענופעקשערינג פירמעס וואס האט געגעבן א פרישע מעגליכקייט פאר מערערע קאנקורענץ. אין 1994 האט מעקסיקע זיך איינגעשלאסן אין נאפט"א (נארט אמעריקן פרי טרעיד אגרימענט) וועלכע איז א פרייע האנדל'ס אפמאך צווישן די פאראייניגטע שטאטן, קאנאדע, און מעקסיקע. פאר מעקסיקע האט זיך עס שטארק געלוינט פאר אירע עקספארטן וועלכע האבן זיך פילפאכיג פארמערט מיט עלימינירטע טעריפס.

די מעקסיקאנער רעגירונג איז באגאנגן א פאטאלער טעות אין יענע יארן ווען זי האט אין די ענדע 80'ער יארן ארויפגעלייגט די ווערט פון איר פעסא (דאלאר) זייער הויך כדי זיך צו קענען פארמעסטן מיט די אמעריקאנער און קאנאדער דאלאר. יעדער דאלאר וואס איז אויפגעטוישט געווארן איז באמת געווען ווייניגער ווערט און מיט די יארן האט די רעגירונג איינגעזען אז עס קען נישט אזוי ווייטער אנגיין האט זי פארראכטן דעם פראבלעם דורך אראפנידערן דעם פעסא צו זיין ריכטיגן ווערט. דאס האט אבער געגעבן א שרעקליכן קלאפ פאר די עקאנאמיע ווייל טויזענטער אויסלענדישע אינוועסטארס האבן באלד ארויסגענומען זייערע געלטער אין די ווערט פון מיליאנען דאלארן.

צו שטיצן די פעסא און פארמיידן א טאטאלע עקאנאמישע צוזאמענברוך האט די פאראייניגטע שטאטן אינאיינעם מיט די וואורלד בענק געגעבן פאר מעקסיקע אן עמערגענץ הלואה אין 1995. עס האט שוין אבער גארנישט געהאלפן, מעקסיקע איז געשטאנען אין איר שווערסטע מצב וואס אמאל און האט געהאט א באלדיגע עפעקט אויף די וואוינונג סטאנדארטן און זייער אסאך אייוואוינער זענען אריינגעפאלן אין ארימקייט. דאס לאנד'ס דזשי-די-פי (גראוס דאמעסטיק פראדאקט, די ווערט פון אלע גוטס און סערוויסעס פראדוצירט דאמעסטיק אין א לאנד) איז געפאלן מיט 6.2 פראצענט אין איין יאר. אין די לעצטע צוויי דריי יאר האט זיך מעקסיקא'ס עקאנאמיע ענדליך פארבעסערט. רוב פרישע געלט קוועלער זענען געקומען פון נייע מענופעקטשערינג און אסאך גראבונג. וויאזוי אימער, קען זיך מעקסיקע נאך ווייט פון באטראכטן אלס אן עקאנאמישער שטארק לאנד, ספעציעל ווען עס קומט צו אמעריקע און קאנאדע, מיט וועמען זי טוט ביזנעס און האנדל. מעקסיקא'ס דזשי-די-פי פון דעם פארגאנגענעם יאר איז געווען 617.8 ביליאן דאלאר.


Other Languages