משנה תורה

משנה תורה
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם רמב"ם'ס ספר. אויב איר זוכט א צווייטן נאמען פאר ספר דברים אין חומש, זעט ספר דברים.

משנה תורה איז א מאנומענטאל ספר אויף הלכה וואס דער רמב"ם האט פארפאסט. דאס ספר נעמט ארום אלע הלכות וואס ווערן אדורכגערעדט פון חז"ל. דאס איז דאס ערשטע הלכה ספר געשריבן לויט ענינים אין נישט אויפן סדר פון ש"ס.

די משנה תורה איז געשריבן אין 14 ספרים, און דעריבער הייסט זי אויך דער "יד החזקה" (יד איז גימטריא 14).

אין משנה תורה ברענגט נישט דער רמב"ם קיין שום מקורות, נאר די נושאי כלים, ווי למשל דער "כסף משנה" פון רבי יוסף קארו, זיכן אויס א מקור פאר יעדער הלכה פון דעם רמב"ם.

דער רמב"ם האט געשריבן די משנה תורה אין עגיפטן פון ד'תתק"ל ביז ד'תתק"ם.

נאמען פונעם ספר

דער רמב"ם שרייבט אין דער הקדמה (אריינפיר) צו משנה תורה אז ער האט געגעבן דעם נאמען ווייל א מענטש לערנט פריער תורה שבכתב און דערנאך לערנט ער דאס ספר, און פון דעם קען ער שוין גאנץ תורה שבעל פה. [1]. דער ראב"ד האט זיך שטארק דערגעגנט, און האט קריטיקירט דאס ספר, און בפרט דעם נאמען "משנה תורה".

Other Languages
English: Mishneh Torah
עברית: משנה תורה
Deutsch: Mischne Tora
العربية: مشناه توراة
català: Mixné Torà
čeština: Mišne Tora
español: Mishné Torá
français: Mishné Torah
Bahasa Indonesia: Mishneh Torah
italiano: Mishneh Torah
Nederlands: Misjnee Tora
norsk nynorsk: Misjné Torá
polski: Miszne Tora
português: Mishné Torá
русский: Мишне Тора
svenska: Mishneh Torah
Türkçe: Mişna Tora