מגן דוד

דער מגן דוד איז א סימבאל צוזאמען געשטעלט פון 2 דרייענגעליך איינער פארקערט ווי דער צווייטער. עס האט זעקס שפיצען.

די ציוניסטישער באוועגונג האט גענומען דעם מגן דוד פאר זייער סימבאל, זיי האבן דאס אריינגעזעצט אין זייער פאן.זייט דעמאלטס זענען דא פרומע אידן וואס ווילן נישט האבן קיין שייכות מיטן מגן דוד, און היינט צוטאג זעהט זייער זעלטן אין חסידישע בתי מדרשים א מגן דוד. אן אויסנאם איז די סקווירא חסידים זיי האבן יא א מגן דוד אין זייער בית המדרש.

די ישראלישע פאן איז אויך אויסגעפארמעט פון א בלויע מגן דוד.

  • היסטאריע

היסטאריע

דער מגן דוד ווערט דערמאנט אין ספר רזיאל המלאך, און קבלה ספרים זאגן פירושים פאר וואס עס האט פונקט זעקס עקן.

במשך פון אלע דורות האט דער מגן דוד געדינט ווי א סימן פאר יודישקייט, ווי מען האט געזעהן א מגן דוד האט מען געוואוסט אז דא איז דא עפעס א זכר פון אידן. עס איז געווען אין אלע בתי מדרשים אין דער וועלט אלץ א אידישער סימן.

ביי דער צווייטער וועלט קריג האבן די דייטשן איינגעפירט אז אלע יודען מוזען גיין מיט די מגן דוד, א סימן אז ער איז א איד.

מען טרעפט אין די היסטאריע אז אויך גוים האבן זיך דערמיט באנוצט און לאו דוקא פאר אידישע סימנים, ביים באפרייאונגס קריג פון די פאראייניגטע שטאטן, זענען אויף די פענער טיילמאל געווען די מגן דוד, אנשטאט די שטערן וואס איז היינט באנוצט,

Other Languages
English: Star of David
עברית: מגן דוד
Deutsch: Davidstern
العربية: نجمة داود
azərbaycanca: Davud ulduzu
беларуская: Зорка Давіда
беларуская (тарашкевіца)‎: Зорка Давіда
български: Давидова звезда
brezhoneg: Steredenn David
čeština: Davidova hvězda
Esperanto: Stelo de Davido
français: Étoile de David
Հայերեն: Դավթի աստղ
Bahasa Indonesia: Bintang Daud
italiano: Stella di David
日本語: ダビデの星
한국어: 다윗의 별
latviešu: Dāvida zvaigzne
Bahasa Melayu: Bintang Daud
Nāhuatl: David Cītlalli
Nederlands: Davidster
norsk nynorsk: Davidsstjerne
português: Estrela de Davi
sicilianu: Stidda di David
srpskohrvatski / српскохрватски: Davidova zvijezda
Simple English: Star of David
slovenčina: Dávidova hviezda
slovenščina: Davidova zvezda
српски / srpski: Давидова звезда
українська: Зірка Давида
Tiếng Việt: Ngôi sao David
中文: 大衛星