לעמבערגער גובערניע

פלאצירונג פון לעמבערגער גובערניע אין אוקראינע
ראיאנען אין לעמבערגער גובערניע

די לעמבערגער גובערניע (אוקראיניש: Львівська область, לוויווסקאַ אבלאַסט; אויך זיך פאררופן אויף לוויוושטשינא - אוקראיניש: Львівщина)) איז אן אבלאסט (גובערניע) פון מערב אוקראינע. די הויפטשטאט פון דער גובערניע איז לעמבערג.

היסטאריע

די גובערניע איז געשאפן געווארן ווי א טייל פון דער אוקראינישער סאוועטישער סאציאליסטישער רעפובליק דעם 4טן דעצעמבער, 1939, נאך דער סאוועטער אינוואזיע פון פוילן.

די גובערניע געפינט זיך ביים טויער פון די קארפאטישע בערג, און האט געטוישט הענט א סך מאל איבער די יארהונדערטער.

פון 1200 ביז 1340 איז די געגנט געווען אן אומאפהענגיק לאנד, גאליציע-וואהלין, דערנאך האט זי געהערשט פוילן-ליטע ביז 1772. דערנאך האט געהערשט די עסטרייכע אימפעריע ביז 1918, און פוילן (פון 1918 ביז 1939). די פוילישע און עסטרייכע ירושה איז קענטיק אין דער גובערניע ביז צום היינטיקן טאג.

ביי דער מלחמה איז דער געגנט, מיט גאנץ מערב אוקראינע, געווארן א טייל פונעם ראטן פארבאנד. ווען דער ראטן פארבאנד איז איינגעפאלן אין 1991, איז די לעמבערגער גובערניע געווארן א טייל פון דער אומאפהענגיקער אוקראינע.


Other Languages
English: Lviv Oblast
Deutsch: Oblast Lwiw
Afrikaans: Lwif-oblast
العربية: لفيف أوبلاست
azərbaycanca: Lvov vilayəti
башҡортса: Львов өлкәһе
беларуская (тарашкевіца)‎: Львоўская вобласьць
български: Лвовска област
bosanski: Lavovska oblast
qırımtatarca: İlbav vilâyeti
čeština: Lvovská oblast
Чӑвашла: Львов облаçĕ
Esperanto: Lviva provinco
français: Oblast de Lviv
Nordfriisk: Ljwiw (Prowins)
hrvatski: Lavovska oblast
hornjoserbsce: Oblasć Lwów
հայերեն: Լվովի մարզ
Bahasa Indonesia: Oblast Lviv
日本語: リヴィウ州
ქართული: ლვოვის ოლქი
한국어: 리비우주
لۊری شومالی: لویو
lietuvių: Lvovo sritis
latviešu: Ļvovas apgabals
македонски: Лавовска област
монгол: Львов муж
Bahasa Melayu: Oblast Lviv
Nederlands: Oblast Lviv
norsk nynorsk: Lviv oblast
português: Oblast de Lviv
română: Regiunea Liov
русиньскый: Львівска область
srpskohrvatski / српскохрватски: Lavovska oblast
Simple English: Lviv Oblast
slovenčina: Ľvovská oblasť
српски / srpski: Лавовска област
svenska: Lviv oblast
Türkçe: Lviv Oblastı
татарча/tatarça: Львов өлкәсе
українська: Львівська область
oʻzbekcha/ўзбекча: Lviv viloyati
Tiếng Việt: Lviv (tỉnh)
Winaray: Lviv Oblast
中文: 利沃夫州
Bân-lâm-gú: Lviv séng