ליטאני טייך

ליטאַני
South litani river.JPG
דער ליטאני נאנט צום גרענעץ מיט ישראל
לענג170 קילאמעטער
קוואלבאלבעק
דרענאזש בעקן2,290 קוואדראט קילאמעטער
דורכשניטלעכער אויסגאס

- ארט

29 קובישע מעטער א סעקונדע

מיטלענדישער ים

לענדער אין דרענאזש בעקןלבנון
Lebanese rivers litani.jpg

די ליטאני איז א טייך אין לבנון, וואס לויפט אין לבנון טאל, און אין דרום טייל פון לאנד. זי איז לאנג 170 קילאמעטער, און דינט אלס איינע פון די וויכטיקסטע זיסע וואסער קוועלער אין לבנון. ווען דער טייך קומט אן צו דרום לבנון, דרייט זי זיך צו מערב, וואו זי פליסט אריין אין מיטלענדישן ים, צפון פון צור. דער טייך קומט אן פיר קילאמעטער ווייט פון ישראל, אויף די נאנסטע טייל, צפון פון קרית שמונה און מטולה, אויף דער לעבאנעזער זייט, אין א שטאט וואס הייסט מארזש איון, דארט דרייט זיך די ליטאני; דער דריי ווערט גערופן די קני.

די לבנונע האבן אויפגעשטעלט א רעזערוואר, און א וואסער דאמבע, אין דער ענדע 1950ער יארן, אנהייב 1960ער יארן פארן באנוץ פון דעם וואסער. דאס איז אין דעם טאל, ווען עס קומט אן צום "קני", לעבן באפאר פעסטונג. אין דרום לבנון ווי עס לויפט צום ים, איז עס ווייט געווענליך 29 קילאמעטער, פון די גרענעץ מיט ישראל. אין אראביש ווערט די דרום טייל גערופן על קאסמיע.

אין היסטארישע צייטן

עס זענען פארהאן פארשידענע מיינונגען, אויב יידן אין די צייטן פון יהושע בן נון, זענען אנגעקומען צו דעם טייך, די יידן פון צור האבן זיך געהאלטן אלס טייל פון ארץ ישראל, און האבן געהאלטן בלויז איין טאג יום טוב.

דער בריטישער מאנדאט האט ביי דער ערשטער וועלט מלחמה פארשפראכן אין באלפורס דעקלאראציע צו געבן פאר די יידן א נאציאנאל היימלאנד. די סייקס-פיקא פארשטענדעניש, האט אבער געגעבן ברייטע טעריטאריעס פאר פראנקרייך, אין גליל, און דער טייך איז אריבער צום פראנצויזישן מאנדאט.

איבער די יארן צווישן דער ערשטער וועלט מלחמה און דער צווייטער וועלט מלחמה, זענען געווען מערערע פלענער, איבער אריינרעכענען דעם טייך אינערהאלב ארץ ישראל גרענעצן. די ציוניסטישע באוועגונג, מיט חיים ווייצמאן בראש, האבן פארגעשלאגן זייער פלאן פאר בריטאניע, אז די יידישע מדינה וועט אריינרעכענען די טייך אין אירע גרענעצן.

לויד דזשארדזש, פרעמיער מיניסטער פון בריטאניע, האט באשלאסן צו גיין לויטן תנ"ך, וואס רעכנט די ישראל גרענעצן פון דן ביז באר שבע, און די טייך איז געווארן אויסגעשלאסן פון ישראל.

Other Languages
English: Litani River
עברית: ליטני
Deutsch: Litani
العربية: نهر الليطاني
български: Литани (река)
català: Leontes
čeština: Lítání
español: Río Litani
euskara: Litani
suomi: Litani
français: Litani
magyar: Litáni
Bahasa Indonesia: Sungai Litani
italiano: Leonte (fiume)
日本語: リタニ川
Basa Jawa: Kali Litani
한국어: 리타니강
Latina: Leontes
lietuvių: Litani
монгол: Литани гол
Nederlands: Litani (Libanon)
norsk nynorsk: Litanielva
português: Rio Litani
русский: Литани (река)
slovenčina: Lítání
svenska: Litani
Türkçe: Litani Nehri
українська: Літані (річка)
中文: 利塔尼河