ירבעם בן נבט

ירבעם בן נבט איז געוועזן דער ערשטער קעניג פון די עשרת השבטים אויף מלכות ישראל אין די יארן ב'תתל"ב - ב'תתנ"ג (928-907 פארן ציילן). ער אליין האט געשטאמט פון שבט אפרים. ער איז געווארן קעניג אויף די עשרת השבטים נאך דעם וואס ער האט זיך אפגעריסן פון רחבעם, דעם זון פון שלמה המלך, צוליב הויכע שטייערן וואס רחבעם האט געפאדערט פון די עשרת השבטים, און פון דעמאלט אן איז רחבעם געווען קעניג נאר אויף מלכות יהודה אין דרום זייט פון ארץ ישראל און ירבעם בן נבט - איבער אלע אנדערע צען שבטים.

ער האט געבויעט א נייע מלוכה אנדערש ווי מלכות יהודה (וואס האט באלאנגט צו דעם ייחוס פון דוד):

  • ער האט געבויעט צוויי געצין דינעריי אין בית אל און אין דן.
  • ער האט באשטימט כהנים נישט פון שבט לוי, וואס איז לויט די תורה פארבאטן.
  • ער האט געטוישט די דאטום פון סוכות, פון תשרי צו חשוון.

  • זיינע עלטערן: נבט מיט צרועה
די יארן פון די מלכות ישראלס ארויפגאנג
ירבעם - נדב - בעשא - אלה - זמרי - תבני - עמרי - אחאב - אחזיה- יורם
928 907 906 883 882/1 882/1 882 871 852 851
יהוא - יואחז - יואש - ירבעם (2) - זכריה - שלום - מנחם - פקחיה - פקח - הושע
842 814 800 784 748 748 747/6 737/6 735/4 733/2
Other Languages
English: Jeroboam
Deutsch: Jerobeam I.
Afrikaans: Jerobeam I
العربية: يربعام
беларуская: Ераваам
brezhoneg: Yarovam Iañ
català: Jeroboam
čeština: Jarobeám I.
Ελληνικά: Ιεροβοάμ Α΄
español: Jeroboam I
فارسی: یربعام
suomi: Jerobeam I
français: Jéroboam Ier
galego: Ieroboam
客家語/Hak-kâ-ngî: Yâ-lò-pô-ôn yit-sṳ
magyar: I. Jeroboám
Bahasa Indonesia: Yerobeam bin Nebat
italiano: Geroboamo
Nederlands: Jerobeam I
polski: Jeroboam I
português: Jeroboão I
română: Ieroboam
русский: Иеровоам I
srpskohrvatski / српскохрватски: Jeroboam
svenska: Jerobeam
Kiswahili: Yeroboamu I
Türkçe: I. Yarovam
українська: Єровоам I