ווען

א פוילישער "לובלין III" ווען

א ווען (ענגליש: van) איז א גרעסער סארט אויטאמאביל פון א געווענליכן קאר. עס איז פאראן צוויי הויפט סארטן:

  • א מיני ווען וואס באשטייט געווענליך פון 7-8 פאסאנזשירן
  • א 12-15 פאסאנזשיר ווען וואס באשטייט געווענליך פון 12 ביז 15 פאסאנזשירן, וואס אויב זוכט מען גרעסער פון דעם געווענליך גייט דאס שוין אריין אי די קאטעגאריע פון א מיני באס וואס דאס איז א שטייגער אזוי ווי מיני ווען צו א ווען, איז פארהאן א מיני-באס צו א באס
  • באנוצער'ס דערפון

באנוצער'ס דערפון

עס איז דא עטליכע סיבות, פארוואס א מענטש זאל אויסוועלן דאס איבער אנדערע סארט אויטאמיבלן

מענטשן מיט גרעסערע פאמיליעס

דאס איז זייער א פשוטער חשבון אז א פאמיליע מיט מער פון 4-5 מיטגלידער "מוזן" פשוט אנקומען צו א טראנספארטאציע מיטל וואס זאל זיי קענען אנטהאלטן

בעלי מלאכה

ווי אויך איז דא בוי מייסטער'ס וואס זיי זענען נישט גענוג גרויס צו נוצן א גרויסן טראק, און/אדער ארבייטן זיי בעיקר אין אזעלכע געגענטער וואס גרויסע טראקס טארן נישט אריינפארן דארטן דארפן זיי קענען אבער צוקומען מיט זייערע אונסטרומענטן און געהילץ א.ד.ג.

עס איז אביסל העכער

עס איז דא מאנכע וואס שפירן נישט אזוי זיכער פארנדיג צו נידריג אויפן שאסיי, צוליב סיי וועלכע סיבה, א ביישפיל מען קען נישט קוקן גענוג ווייט פון פאראויס, בפרט און א שווערן וועטער.

ווי אויך עלעטער מענטשן, וואס פאר זיי איז דאס פארן נידריג צו דער ערד זייער א גרויסער אפקומעניש, צוליב דעם וואס די נאטור מאכט אז מען זאל שפירן שטערקער יעדן זעץ ווי נידעריגער מען איז.

פראכט פירונג

ווי אויך איז דאס זייער פאסיג פאר מענטשן וואס טוען ארומפירן און/אדער אפטראגן צו מענטשן/פלעצער סיי וואספארא קלענערע פראכט, א שטייגער ווי די פאסט טוט יעדן טאג אויף א ריזיגן פארנעם

זיכערהייט סיבות

עס איז דא מענטשן וואס האלטן אז עס איז זיכערער צו פארן און אביסל א גרעסערן אויטאמאביל, אפגעזעהן צו זיי זענען גערעכט, זענען זיי פארט א גרופע וואס באנוצן זיך און ריזיגע קוואנטומען מיט די סארט ווען/מיני-ווען'ס

Other Languages
English: Van
עברית: מסחרית
العربية: عربة نقل
asturianu: Furgoneta
català: Furgoneta
Tsetsêhestâhese: Ma'xeamâho'hestôtse
dansk: Varevogn
Esperanto: Kamioneto
español: Furgoneta
euskara: Furgoneta
فارسی: ون (خودرو)
français: Camionnette
Gaeilge: Veain
galego: Furgoneta
Bahasa Indonesia: Van
italiano: Furgone
қазақша: Фургон
한국어: 승합차
kernowek: Y Fan
lumbaart: Forgon
latviešu: Furgons
Baso Minangkabau: Van
Bahasa Melayu: Van
norsk nynorsk: Varebil
norsk: Varebil
ਪੰਜਾਬੀ: ਵੈਨ
polski: Van
پنجابی: ضلع وان
português: Van
română: Furgonetă
سنڌي: ويگن
Simple English: Van
svenska: Skåpbil
українська: Фургон
中文: 廂型車
粵語: 客貨車