איטאליע
English: Italy

איטאַליע
Repubblica Italiana
פאן איטאליע
סימבאָל איטאליע
פֿאָןהערב
נאציאנאלע זינגליד:
אָרט פֿון איטאליע
קאנטינענטאייראפע
אפיציעלע שפראךאיטאליעניש
הויפטשטאטרוים
רעגירונגדעמאקראטיע
פרעזידענט
פרעמיער מיניסטער

ראמאנא פראדי
גרינדונג דאטום
פלאך מאס
וועלט גראדונג פלאך
פראָצענט וואסער
301,318 קוואדראט ק"מ
71סטע
2.4%
באפעלקערונג
- צאל
- וועלט גראדונג
- ענגקייט


23סטע
196.2 מענטשן פאר אַ ק"מ
פראדוקט ווערדעמיליאן $ (10ט)
וואלוטעאיירא
צייט זאנעUTC+1
אינטערנעט דאמעןit.
טעלעפאן קאד39+


איטאַליע (איטאַליעניש: Italia איטאַליאַ), אפיציעל איטאליענישע רעפובליק, Repubblica Italiana רעפובליקאַ איטאַליאַנאַ, איז אַ לאַנד אין דרום אייראָפּע, א דעמאקראטישע רעפובליק. איר הױפּטשטאָט איז רױם. איטאליע איז א גרינדער מיטגליד פונעם אייראָפעישן פאַראיין, און אויך א מיטגליד אין גרופע 8, מיט דעם אכטן גרעסטן ברוטא אינלענדישן פראדוקט אין דער וועלט.

די מדינה איז אויף א האלבאינזל. די אפענינער בערג גייען די לענג פונעם לאנד.מיט דער טריקעניש גרעניצט זיך אין די אלפן מיט דער שווייץ, פראנקרייך, עסטרייך, סלאוועניע, צו צפון זייט. פון די אנדערע זייטן איז זי ארום גענומען מיט פינעף וואסערן, דער אדריאטישער ים, דער יאנישער ים, דער טירענישער ים, דער ליגורישער ים און דער מיטלענדישער ים. אויך איז אין שטח פון איטאליע ווערט אויסגערעכנט בערך 70 אינזלען, צווישן זיי סיציליע און סארדיניע, ווי אויך פאנטעלעריע 60 ק"מ מזרח פונעם בארטן פון טוניסיע און 100ק"מ דרום־מערב פון סיציליע, און לאמפעדוסע, 113 ק"מ פון טוניסיע און 176 ק"מ פון סיציליע. צווישן די וואסערן פון איטאליע איז דער טיבער טייך, דער פא טייך, און דער טירענישער ים, לאגא גארדא, לאגא קאמא, לאגא מאדזשורע.

אויב קוקט מען פון דער לופט אראפ אויף איטאליע זעט מען פאר זיך א פארעם פון א שטיוול דערפון נעמט זיך דעם אויסדרוק דער איטאליענישער שטיוול.

צווישן די אינטעראסאנטע זאכן אין איטאליע איז דער געבויגענער טורעם אין דער שטאט פיזע, א ריזן טורעם וואס שטייט שיף, ער זעט אויס יעדן מינוט ווי ער וויל זיך בייגן און פאלן. אויך געפינט זיך אין איטאליע די גרויסע וואולקאנען בערג וואס שפייען פון זיך טאג און נאכט קאכעדיגע פלאמען, מען זעט פון דערווייטענס רויך וואלקענעס פייער און שוועבל. צווישן די טעטיגע בערג איז דער עטנע בארג, און דער וועזואוו בארג. דער וואולקאן אין סטראמבאלי. אויך איז דא אסאך שלאפעדיגע וואולקאנען, וואס קענען אין יעדע ליאדיע מינוט אויפרייסן. און דעריבער ווערט איטאליע אויך גערופן דאס וואולקאנען לאנד.

היסטאריע

דאס קעניגרייך פון איטאליע איז געשאפן געווארן אין 1861. אין 1922 בעניטא מוסאליני איז געווארן איר הערשער. אין 1940 איטאליע איז אריין אין דער צווייטער וועלט מלחמה מיט די דייטשן. אום 25סטן יולי 1943 האט מען אפגעזאגט מוסאליני פון זיין אמט, און איטאליע איז אריבער צו די אליאירטע קראפטן. אין 1946, נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, איז איטאליע געווארן א רעפובליק. איטאליע איז געווען א גרינדער מיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד.

געאגראפיע

סאטעליט בילד פון איטאליע

איטאליע איז א האלבאינזל, מיט א לאנד גרענעץ נאר אין דער צפון זייט. דער אלפן בארג־קייט צעשיידט צפון איטאליע פון פראנקרייך, דער שווייץ און עסטרייך.‏[1] אין די אלפן געפינט זיך מאן בלאנק, דער העכסטער בארג אין מערב אייראפע.‏[2] דער צווייטער וויכטיקער בארג־קייט איז די אפענינען (איטאליעניש: Appennini) אין צענטראלער און דרום איטאליע.

וואסערן

עס געפינט זיך אין איטאליע זעלבסט אסאך סארטן וואסערן, אייגענטליך איז גאנץ איטאליע פול מיט וואסער, ספעציעל איז באקאנט די גאסן פון ווענעציע וואס זענען פיל מיט וואסער קאנאלן, און מען פארט פון איין גאס צום צווייטן און פון איין געגענד צום צווייטן מיט שיפן.

זי פארמאגט אויך די גרויסע פארט שטעט פן וואו מען פארט ארויס צו אנדערע לענדער און קאנטינענטן מיט א שיף. צווישן זיי די גרויסע נאפאלי און די בארימטע פארט-שטאט בארי

ראיאנען

איטאליע איז צעטיילט אויף 20 ראיאנען; די ראיאנען זענען צעטיילט אויף 109 פראווינצן.

ווענעציע

די שטאט ווענעציע איז איינע פון אינטערעסאנט'סטע שטעט, עס פארמאגט לערך 118 קליינע אינזלען, אירע גאסן זענען לאנגע וואסער קאנאלן, מען קען דערויף גיין בלויז מיט שיפן. עס קומען אהין טויזנטער טוריסטן א יאר, און די שיפן קאמפאניס מאכן דערפון א לעבן.

פאליטיק

איטאליע איז א פארלאמענטארע רעפובליק זייט דעם 2טן יוני 1946, ווען מען האט אפגעשאפן די מאנארכיע אין א קאנסטיטוציאנעלן רעפערענדום.דער פרעזידענט פון איטאליע (Presidente della Repubblica), היינט דזיארדזיא נאפאלאטינא זייט 2006, איז איטאליע'ס מלוכה-הויפט. דער פארלאמענט וויילט דעם פרעזידענט אויף א קאדענץ פון זיבן יאר. איטאליע האט א געשריבענע קאנסטיטוציע.

רעגירונג

איטאליע האט א פארלאמענטארע רעגירונג באזירט אויף א פראפארציאנעלער וואל־סיסטעם. דער פארלאמענט האט צוויי הייזער, דער דעפוטאטן־קאמער, מיט 630 זיצן, און דער סענאט, מיט 315 זיצן, וואס ביידע האבן גלייכע מאכטן.דער פרעמיער מיניסטער ווערט באשטימט דורכן פרעזידענט און מוז אויך באקומען די הסכמה פון פארלאמענט.

נאך דער רעזיגנירונג פון סילוויא בערלוסקאני דעם 12טן נאוועמבער 2011, האט מען באשטימט עקאנאמיסט מאריא מאנטי ווי פרעמיער מיניסטער.

די הויפט פאליטישע פארטייען אין איטאליע זענען די פרייהייט מענטשן, די דעמאקראטישע פארטיי, די צפונדיקע ליגע און דער פאריין פון קריסטלעכע און צענטער דעמאקראטן.


ראיאנען פון איטאליע

ראיאן[הערה 1]הויפטשטאטשטח (ק"מ²)שטח (מייל²)באפעלקערונג
אברוצאל'אקווילא10,7634,1561,342,177
אאסטא טאלאאסטא3,2631,260128,129
אפוליאבארי19,3587,4744,090,577
באזיליקאטאפאטענצע9,9953,859587,680
קאלאבריעקאטאנזארא15,0805,8222,011,537
קאמפאניענאפאלי13,5905,2475,833,131
Emilia-Romagnaבאלאניע22,4468,6664,429,766
Friuli-Venezia Giuliaטריעסט7,8583,0341,235,761
לאציארוים17,2366,6555,724,365
ליגוריעיאנאווע5,4222,0931,616,993
לאמבארדיעמילאן23,8449,2069,909,348
מארקעאנקאנא9,3663,6161,564,886
מאליזעקאמפאבאסא4,4381,713319,834
פיעדמאנטטורין25,4029,8084,456,532
סארדיניעקאליארי24,0909,3011,675,286
סיציליעפאלערמא25,7119,9275,050,486
טאסקאנעפירענצע22,9938,8783,749,074
Trentino-Alto Adige/Südtirolטרענטא13,6075,2541,036,639
אומבריעפערוגיע8,4563,265906,675
ווענעטאווענעציע18,3997,1044,936,197

איטאליע ווערט צעטיילט אין 20 ראיאנען (regioni, איינצאל regione), וואס פינף פון זיין זענען אויטאנאמיש. אויך איז דאס לאנד צעטיילט אין 110 פראווינצן (province) און 8,100 מוניציפאליטעטן (comuni).

באפעלקערונג

עס ווערט געציילט היינט צו טאג די באפעלקערונג פון איטאליע 61.680 מיליאן באוואוינער, לויטן 2014 וועלט פאקטבוך,‏[3] מיט א הויכער באפעלקערונג ענגקייט, 204/ק"מ2. ‏20% פון איטאליענער זענען עלטער ווי 65.

טראנספארט

אין 2004 זענען געווען אין איטאליע עטלעכע 30 הויפט פליפארטן (כולל די צוויי קנופן פון מאלפענסע אינטערנאציאנאל אין מילאן און לעאנארדא דא ווינטשי אינטערנאציאנאל אין רוים) און 43 הויפט ים־פארטן (כולל דעם פארט פון יאנאווע, דער גרעסטער פארט אין לאנד און דער צווייטער גרעסטער ביים מיטלענדישן ים.

עקאנאמיע

איטאליע האט אן אנטוויקלטע מארק עקאנאמיע, ענלעך צו פראנקרייך און דעם פאראייניגטן קעניגרייך. זי איז די צענטע-גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט און די פערטע-גרעסטע אין אייראפע לויט קויפקראפט פאריטעט.

איטאליע איז געווען דער וועלטס 7טער גרעסטער עקספארטירער אין 2009.‏[4] איטאליע'ס נאענסטע האנדל פארבינדונגען זענען מיט אנדערע לענדער פונעם אייראפעישן פארבאנד, מיט וועמען זי האט 59% פון איר גארן האנדל. די גרעסטע האנדל שותפים זענען דייטשלאנד (12.9%), פראנקרייך (11.4%), און שפאניע (7.4%).[5] טוריזם איז איינער פון די גיכסטע וואקסנדע און רווחדיקע סעקטארן פון דער נאציאנאלער עקאנאמיע: מיט 43.6 מיליאן אינטעראנאציאנאלע טוריסטן אנקומער און סה"כ הכנסות געשאצט צו $38.8 ביליאן אין 2010, איז איטאליע סיי דאס פינפטע מערסט באזוכטע לאנד און דאס העכסטע טוריזם דינער אין דער וועלט.‏[6]

אידן אין לאנד

אידן וואוינען שוין גאר לאנג אין איטאליע, פון די גאר באקאנטע שטעט פאר אידן זענען מאנטובה פאדובה ליווארנא.

בכלל איז איטאליע גוט באקאנט פאר דער אידישער היסטאריע צוליב דעם וואס דארט איז די הויפט שטאט רוים, און די רוימער האבן אמאל געוועלטיגט איבער דער וועלט און האבן חרוב געמאכט דאס בית המקדש, און פארטריבן די אידן אין גלות.

פאר דער צווייטער וועלט מלחמה האבן געוואוינט איבער זיבעציג טויזנט אידן אין איטאליע, עס איז אינטערעסאנט אז אפילו איטאליע איז געווען פון דעם אקס, און א פולער שותף מיט נאצי דייטשלאנד, דאך האבן זיי נישט אנגענומען די נירנבערגער געזעצען, בכלל איז כמעט נישט געווען קיין ספעציעלער אנטיסימיטיזעם פונעם איטאליענישן פאלק פאר די אידן אין דער צייט פון דער צווייטער וועלט מלחמה. עס איז געווען צייטן וואס די דייטשען האבן איינגענומען אסאך חלקים פון איטאליע, און דעמאלטס האבן די דייטשען מיט זייערע שותפים די פאשיסטן פון איטאליע גע'הרג'ט אידן, עס ווערט געשאצט אז די דייטשען האבן געמארדעט לערך פופצן טויזנט אידן אין איטאליע ביי דער צווייטער וועלט קריג.

היינט געפינען זיך אומגעפער פופציג טויזנט אידן אין איטאליע.

וועבלינקען

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: איטאליע

הערות

  1. ראיאנען געוויזן שיף זענען אויטאנאמיש.

רעפערענצן


Other Languages
English: Italy
עברית: איטליה
Deutsch: Italien
Аҧсшәа: Италиа
Acèh: Itali
адыгабзэ: Италие
Afrikaans: Italië
Akan: Italy
Alemannisch: Italien
አማርኛ: ጣልያን
aragonés: Italia
Ænglisc: Italia
العربية: إيطاليا
ܐܪܡܝܐ: ܐܝܛܠܝܐ
مصرى: ايطاليا
অসমীয়া: ইটালী
asturianu: Italia
авар: Италия
Aymar aru: Italiya
azərbaycanca: İtaliya
تۆرکجه: ایتالیا
башҡортса: Италия
Bali: Italia
Boarisch: Italien
žemaitėška: Italėjė
Bikol Central: Italya
беларуская: Італія
беларуская (тарашкевіца)‎: Італія
български: Италия
भोजपुरी: इटली
Bislama: Itali
বাংলা: ইতালি
བོད་ཡིག: ཨི་ཏ་ལི།
বিষ্ণুপ্রিয়া মণিপুরী: ইতালি
brezhoneg: Italia
bosanski: Italija
ᨅᨔ ᨕᨘᨁᨗ: Italia
буряад: Итали
català: Itàlia
Chavacano de Zamboanga: Italia
Mìng-dĕ̤ng-ngṳ̄: É-dâi-lé
нохчийн: Итали
Cebuano: Italya
Chamoru: Italia
ᏣᎳᎩ: ᎢᏔᎵ
Tsetsêhestâhese: Italy
کوردی: ئیتالیا
corsu: Italia
Nēhiyawēwin / ᓀᐦᐃᔭᐍᐏᐣ: ᐃᑕᓖ
qırımtatarca: İtaliya
čeština: Itálie
kaszëbsczi: Italskô
словѣньскъ / ⰔⰎⰑⰂⰡⰐⰠⰔⰍⰟ: Їталїꙗ
Чӑвашла: Итали
Cymraeg: Yr Eidal
dansk: Italien
Zazaki: İtalya
dolnoserbski: Italska
डोटेली: इटाली
ދިވެހިބަސް: އިޓަލީވިލާތް
ཇོང་ཁ: ཨྀཊ་ལི་
eʋegbe: Italy
Ελληνικά: Ιταλία
emiliàn e rumagnòl: Itâglia
Esperanto: Italio
español: Italia
eesti: Itaalia
euskara: Italia
estremeñu: Italia
فارسی: ایتالیا
Fulfulde: Italiya
suomi: Italia
Võro: Itaalia
Na Vosa Vakaviti: Itali
føroyskt: Italia
français: Italie
arpetan: Étalia
Nordfriisk: Itaalien
furlan: Italie
Frysk: Itaalje
Gaeilge: An Iodáil
Gagauz: İtaliya
贛語: 意大利
kriyòl gwiyannen: Itali
Gàidhlig: An Eadailt
galego: Italia
Avañe'ẽ: Itália
गोंयची कोंकणी / Gõychi Konknni: इटली
𐌲𐌿𐍄𐌹𐍃𐌺: 𐌹𐍄𐌰𐌻𐌾𐌰
ગુજરાતી: ઈટલી
Gaelg: Yn Iddaal
Hausa: Italiya
客家語/Hak-kâ-ngî: Yi-thai-li
Hawaiʻi: ʻĪkālia
हिन्दी: इटली
Fiji Hindi: Italy
hrvatski: Italija
hornjoserbsce: Italska
Kreyòl ayisyen: Itali
magyar: Olaszország
հայերեն: Իտալիա
Արեւմտահայերէն: Իտալիա
interlingua: Italia
Bahasa Indonesia: Italia
Interlingue: Italia
Igbo: Italy
Ilokano: Italia
ГӀалгӀай: Итали
Ido: Italia
íslenska: Ítalía
italiano: Italia
ᐃᓄᒃᑎᑐᑦ/inuktitut: Italy
日本語: イタリア
Patois: Itali
la .lojban.: italias
Jawa: Itali
ქართული: იტალია
Qaraqalpaqsha: İtaliya
Taqbaylit: Ṭelyan
Адыгэбзэ: Италэ
Kabɩyɛ: Itaalii
Kongo: Italia
Gĩkũyũ: Itari
қазақша: Италия
kalaallisut: Italia
ភាសាខ្មែរ: អ៊ីតាលី
ಕನ್ನಡ: ಇಟಲಿ
한국어: 이탈리아
Перем Коми: Италья
къарачай-малкъар: Италия
Ripoarisch: Italie
kurdî: Îtalya
коми: Италия
kernowek: Itali
Кыргызча: Италия
Latina: Italia
Ladino: Italia
Lëtzebuergesch: Italien
лезги: Италия
Lingua Franca Nova: Italia
Luganda: Yitale
Limburgs: Italië
Ligure: Italia
lumbaart: Itàlia
lingála: Italya
لۊری شومالی: ایتالٛیا
lietuvių: Italija
latgaļu: Italeja
latviešu: Itālija
मैथिली: इटाली
Basa Banyumasan: Italia
мокшень: Италие
Malagasy: Italia
олык марий: Италий
Māori: Itāria
Minangkabau: Italia
македонски: Италија
മലയാളം: ഇറ്റലി
монгол: Итали
मराठी: इटली
Bahasa Melayu: Itali
Malti: Italja
Mirandés: Eitália
မြန်မာဘာသာ: အီတလီနိုင်ငံ
مازِرونی: ایتالیا
Dorerin Naoero: Itari
Nāhuatl: Italia
Napulitano: Italia
Plattdüütsch: Italien
Nedersaksies: Italiën
नेपाली: इटाली
नेपाल भाषा: इटाली
Nederlands: Italië
norsk nynorsk: Italia
norsk: Italia
Novial: Italia
ߒߞߏ: ߌߕߊߟߌ߫
Nouormand: Italie
Sesotho sa Leboa: Italia
Chi-Chewa: Italia
occitan: Itàlia
Livvinkarjala: Itualii
Oromoo: Xaaliyaanii
ଓଡ଼ିଆ: ଇଟାଲୀ
Ирон: Итали
ਪੰਜਾਬੀ: ਇਟਲੀ
Pangasinan: Italia
Kapampangan: Italya
Papiamentu: Italia
Picard: Italie
Deitsch: Idali
Pälzisch: Italien
पालि: इटली
Norfuk / Pitkern: Italii
polski: Włochy
Piemontèis: Italia
پنجابی: اٹلی
Ποντιακά: Ιταλία
پښتو: اېټاليا
português: Itália
Runa Simi: Italya
rumantsch: Italia
romani čhib: Italiya
Kirundi: Ubutariyano
română: Italia
armãneashti: Italia
tarandíne: Itaglie
русский: Италия
русиньскый: Італія
Kinyarwanda: Ubutaliyani
संस्कृतम्: इटली
саха тыла: Италия
ᱥᱟᱱᱛᱟᱲᱤ: ᱤᱴᱟᱞᱤ
sardu: Itàlia
sicilianu: Italia
Scots: Italy
سنڌي: اٽلي
davvisámegiella: Itália
Sängö: Italùii
srpskohrvatski / српскохрватски: Italija
සිංහල: ඉතාලිය
Simple English: Italy
slovenčina: Taliansko
slovenščina: Italija
Gagana Samoa: Italia
chiShona: Italy
Soomaaliga: Talyaaniga
shqip: Italia
српски / srpski: Италија
Sranantongo: Italiyanikondre
SiSwati: INtaliyane
Sesotho: Ithali
Seeltersk: Italien
Sunda: Italia
svenska: Italien
Kiswahili: Italia
ślůnski: Italijo
Sakizaya: Italy
தமிழ்: இத்தாலி
ತುಳು: ಇಟಲಿ
తెలుగు: ఇటలీ
tetun: Itália
тоҷикӣ: Итолиё
ትግርኛ: ኢጣልያ
Türkmençe: Italiýa
Tagalog: Italya
Setswana: Italia
Tok Pisin: Itali
Türkçe: İtalya
Xitsonga: Ithali
татарча/tatarça: Италия
chiTumbuka: Italy
Twi: Italy
reo tahiti: ’Itāria
тыва дыл: Италия
удмурт: Италия
ئۇيغۇرچە / Uyghurche: ئىتالىيە
українська: Італія
اردو: اطالیہ
oʻzbekcha/ўзбекча: Italiya
Tshivenda: Italy
vèneto: Itałia
vepsän kel’: Italii
Tiếng Việt: Ý
West-Vlams: Itoalië
Volapük: Litaliyän
walon: Itåleye
Winaray: Italya
Wolof: Itaali
吴语: 意大利
isiXhosa: IItaly
მარგალური: იტალია
Yorùbá: Itálíà
Vahcuengh: Eiqdaihleih
Zeêuws: Itâlië
中文: 意大利
文言: 義大利
Bân-lâm-gú: Í-tāi-lī
粵語: 意大利
isiZulu: ITaliya