אבדאללא דער צווייטער

אבדאללא דער צווייטער

אבדאללא דער צווייטער, קעניג פון יארדאניע (געבוירן 30סטן יאנואר 1962) איז דער היינטיקער קעניג פון יארדאנישן קעניגרייך.

אבדאללא איז דער עלסטער זון פון פריערדיקן קעניג כוסיין, און אן אור אייניקל פון אבדאללא דער ערשטער. זיין מוטער איז געווען אן ענגליש מיידל, א טאכטער פון אן אפיציר אין בריטישע ארמיי, וואס נאכן הייראטן כוסיין האט זי אנגענומען די איסלאמישע רעליגיע.

ער האט געלערנט אין שולעס אין ענגלאנד, און שפעטער אין אקספארד אוניווערסיטעט, און אין מיליטערישע אקאדעמיע. ער האט געדינט אלס פילאט אין יארדענישע מיליטער, און אלס קאמאנדיר פון די ספעציעלע קרעפטן. אויך האט ער שטודירט אינטערנאציאנאלע באציונגען, אין דזשארדזשטאן אוניווערסיטעט, אין וואשינגטאן די סי.

ווען זיין טאטע איז געשטארבן, 7טן פעברואר 1999. איז ער אויפגענומען געווארן אלס קעניג, אפילו זיין פעטער פרינץ כאסאן, איז געווען קרוינפרינץ, און ער וואלט ווען געדארפט ווערן קעניג, נאר כוסיין האט געוואלט אז די קעניגרייך זאל אריבערגיין צו זיינע קינדער.

אבדאללא ווערט פארעכנט אלס א מענטש פון מערב וועלט, זיין ענגליש איז בעסער, ווי זיין ליטערארישע אראביש. זיין פאליטיק איז אמעריקאניש גענויגט, און דערפאר האט ער אויסצושטיין אסאך קריטיק פון די אראבישע וועלט. ווען ער איז געקרוינט געווארן אלס קעניג, האט ער פארשפראכן פארצוזעצן די שלום, וואס זיין פאטער האט אונטערגעשריבן מיט ישראל.

ער האט געהייראט קעניגן ראניא אין יאר 1993, א פרוי פון קאווייט, פון פאלעסטינע אפשטאם. זיי האבן פיר קינדער, פרינץ כוסיין וואס ער איז קרוינפרינץ. פרינצעסין אימאן, פרינצעסין סאלמע, און דער יונגסטער האשעם.

Other Languages
azərbaycanca: II Abdullah
беларуская: Абдала II
čeština: Abdalláh II.
Ελληνικά: Αμπντάλα Β΄
français: Abdallah II
hrvatski: Abdulah II.
Հայերեն: Աբդալլահ II
Bahasa Indonesia: Abdullah II dari Yordania
ქართული: აბდულა II
Taqbaylit: Ɛebdellah II
қазақша: Абдалла II
한국어: 압둘라 2세
Napulitano: Abd Allah II
norsk nynorsk: Abdullah II av Jordan
Runa Simi: Abdullah II
Simple English: Abdullah II of Jordan
slovenščina: Abdulah II. Jordanski
Türkçe: II. Abdullah
українська: Абдалла II
oʻzbekcha/ўзбекча: Abdulloh II
Tiếng Việt: Abdullah II của Jordan